מיטוואך שמיני
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך שמיני=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר זלמן לייב פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ד.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי אנגעקומען צו שכונת דברי חיים ווי עס איז פארגעקומען א מעמד יציקת הבורות פארן מקוה טהרה פארן שכונה,
דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד געווען די אנוועזנדע רבנים און די נדבנים צו גיסן,
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די נייע אפיסעס פון 'מעסטער ריעלטי' וואס איז אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו - נדבן פונעם שטח המקוה טהרה,
דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' הערשל הי"ו האט אפגעקויפט א גרויסע זכות אינעם מקוה החדש בבית מדרשינו 'בית שמואל' בשכונת דברי חיים,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פונעם שכונה און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן, פאר הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב הביהמ"ד, און פאר אביו הרה''ג ר' ברוך לעווי שליט''א - רב דביהמ''ד אמסטערדאם, און פאר די ראשי הקהילה און פארן גאנצן ציבור.
ארום 1:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פערטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'דבר שיש לו מתירין' אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:55.
אין די נאכמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ ר' יושע כ"ץ שליט"א - אבד"ק מאגרוב,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני כשרות בכלל און בפרט בעניני סת"ם, ווי אויך האט דער רב שליט"א איבערגעגעבן א גרוס פונעם מצה בעקערי און אויסגעלויבט די פילע חומרות, דערביי האט בנו הרה''ג ר' מרדכי אברהם שליט"א, ראש החבורה בכוללינו 'כולל דברי יואל' אין ב"פ איבעגעגעבן א גרוס פונעם כולל, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שלום לוי יצחק ווייסמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל שפילמאן הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~