דינסטאג שמיני
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג שמיני=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר שי שלום וואלבערג הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ט"ו, ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די הכנה דרבה וואס עס פעלט זיך אויס צוצוגרייטן צו די מצוות החג פונעם יו"ט פסח הבעל"ט, און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים און אזוי אויך אלע אנשי שלומינו זיך צו קובע זיין צו לערנען ספה"ק דרך פיקודיך פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע אלץ א ריכטיגע הכנה צום יו"ט פסח.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די דריטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'דבר שיש לו מתירין' אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:40.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~