דינסטאג פקודי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג פקודי=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ברוך יודא מרדכי אקערמאן הי"ו.
ב"ר ישראל ארי' האללענדער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה''ג ר' הערשל אונסדארפער שליט"א - ראה''כ פאפא ב''פ, בן הגה"צ אב''ד ראשית חכמה מאנטריאל שליט"א וחתן האדמו''ר מפאפא ב''פ שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~