מאנטאג פקודי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג פקודי=
~בדר"ח אדר ב'~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"מ פערל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יקותיאל יצחק כהנא הי"ו.
ב"ר משה דוד פריעדמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק דוד שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שלמה אליעזר בערקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו און הרה"ח ר' משה הערש בראך הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם שמואל גוטמאן הי"ו און הרה"ח ר' בערל מיטטעלמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון קרן ויואל משה צום מעמד כבוד התורה וחלוקת המעות פאר הונדערטער לומדי כוללינו פון איבער גרעיטער ניו יארק און מאנטריאל וועלכע האבן זיך פארהערט אויף פארשידענע מקצועות התורה נדבת הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו,
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן און פאר די רבני ולומדי הכולל,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארומגערעדט אז דורכ'ן מחזיק זיין תורה איז מען מעורר די שם הוי"ה און דאס ברענגט אראפ רחמים וחסדים, און ארויסגעברענגט לשבח פונעם חשוב'ן נדבן וועלכע איז מנדב אזעלכע חשוב'ע סכומים פאר די לומדים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די רבני ולומדי הכולל און פארן חשוב'ן נדבן און עקסטער פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א וועלכע האט זיך אנגעשטרענגט און געקומען צום מעמד לכבוד התורה,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט די גרויסע סכומים פאר אלע רבני ולומדי הכולל,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט און עקסטער געטאנצן מיטן חשוב'ן נדבן הרה"ח ר' משה יעקב יוסף הי"ו,
מען האט געענדיגט ארום 8:40.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
נאך מעריב ארום 9:10 איז דער רבי אריבער צו די זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען די פריוואטע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א פאר די בני המשפחה, ווי עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די נדיבי קהלתינו הק' וועלכע האבן מנדב געווען פאנטאסטישע סכומים פאר בנין בית מדרשינו החדש והמפואר בירושלים עיה"ק,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת שבע ברכות,
במשך די סעודה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א - מרבני קהלתינו הק' בוומ"ס וועלכע האט פארגעליינט און אויסגעשמועסט פארשידענע כתבי ידות פון רביה"ק זי"ע וועלכע איז ארויסגעקומען לכבוד די שבע ברכות מאוצרו פון הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו און הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו, און דערביי האט רבינו שליט"א פארציילט די היסטאריע פון פארשידענע פרשיות וועלכע ווערן אראפגעברענגט אין די כתבי ידות און מוסיף געווען מיט פארשידענע אינטערסאנטע ענינים בקורות ימי רבותיה"ק זי"ע אין די אלטע היים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברי דרוש בעניני שמחת חתן כלה און ארויסגעברענגט אז ווען משיח וועט קומען וועלן אלע בתי מדרשות ארויפגיין א דרגא, די בתי מדרשים פון חו"ל וועלן גיין קיין ארץ ישראל, די פון ארץ ישראל קיין ירושלים, און די פון ירושלים וועלן גיין צום ביהמ"ק, קומט אויס אז מיטן ארויסהעלפן בויען דעם בית המדרש בירושלים עיה"ק בויעט מען מיט דעם דאס ביהמ"ק, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע חשוב'ע נדבנים און פארן חתן כלה און די גאנצע משפחה,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט אויף ניגוני בנין בית המקדש,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די מחותן הרה"צ ר' יחיאל שרגא גרינפעלד שליט"א,
ברכות ראשונות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
ברכה אחריתא: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
~🌴~