דינסטאג ויקהל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ויקהל=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר ישראל שלמה ווערצבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד,
ביים לחיים האט הב' אברהם יצחק ב"ר יודא טרייטל פרענקל הי"ו - מתלמידי הישיבה געמאכט א סיום מסכת און מסיים געווען סדר מועד, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי משה מנחם ווייס שליט"א - אב"ד ור"מ קהלתינו הק' לאנדאן,
אויך איז אנוועזנד געווען הרה"ג ר' אברהם צבי פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ גאלאנטא ומח"ס אוצר הלכות,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פון ישיבות אמאל און היינט, און איבער די נייע ישיבה גדולה דסאטמאר אין לאנדאן וואס איז ערווארטעט צו ווערן געעפענט אויף דעם קומענדיגן זמן הקיץ הבעל"ט,
דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו און הרה"ג דומ"ץ גאלאנטא שליט"א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן די נייע בענדער פון אוצר הלכות.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:40 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין סיגעיט אויף ניחום אבילים ביי משפחת הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל,
דער רבי איז אנגעקומען אין ביהמ"ד קהל יראים סיגעיט ארום 12:15, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי צדיקים לבית סיגוט און איבער פארשידענע מנהגים פון אבילות, און דער רבי האט מנחם געווען חדב''ן הגה''צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט''א - רב דביהמ''ד ישמח משה ק''י און די ברודער ובני משפחה,
ארום 1:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לבית נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~