מאנטאג ויקהל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ויקהל=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יעקב מאשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ברד"ש בערגער הי"ו.
ב"ר נחום שווארטץ הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 12:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום מסע הלויה פון מחותנו הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל וואס איז פארגעקומען בבית מדרשו קהל יראים אין סיגעיט,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 1:45 און משמיע געווען ווארימע דברי הספד ארויסברענגענדיג די גדלות פונעם חשוב'ן נפטר,
נאך די הספדים האט דער רבי מלוה געווען די מטה,
נאך די לויה האט דער רבי מנחם אבל געווען גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א בבית האכסניא און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים אין ק"י.
ביים אנקומען קיין ק"י ארום 5:20 איז דער רבי צוגעפארן צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די היי סקול תלמידות פון מוסדותינו הק' וומ"ס,
דער רבי האט צום ערשט איבערגעקוקט די קבלות טובות פון די תלמידות בעניני צניעות און טעכנעלאגיע,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי הדרכה פאר די תלמידות און ארומגערעדט איבער די אחריות וואס עס ליגט אויף זיי זייענדיג די מאמעס פון די קומענדיגע דור און ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידות וואס האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ברוך עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"מ גראס הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי יושע לייפער שליט"א - אב"ד באר משה מאנסי ונשיא מכון עוז והדר,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~