דאנערשטאג כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג כי תשא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישעי' יצחק רובין הי"ו.
ב"ר מרדכי ווידער הי"ו.
ב"ר יואל איידליס הי"ו.
ב"ר אברהם יושע שווארץ הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו''ר מישועות משה מוויזניץ זצ"ל.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ח'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' וואלף ווירצבערגער ע"ה.
ארום 4:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו"ר מישועות משה מוויזניץ זצ"ל.
נאך מנחה איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו אין די זאלן שע"י בית נאוה קודש צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א פאר די בני המשפחה משולב מיט א יארצייט סעודה פאר חותן המלך האדמו"ר מישועות משה מוויזניץ זצ"ל, מען האט געענדיגט ארום 6:30.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' הערשל בר"י פיש הי"ו און הרה"ח ר' הערשל ברש"ח פיש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו און הרה"ח ר' משה הערש בראך הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ראובן ווייס הי"ו און הרה"ח ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:20,
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה האט זיך דער רבי באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות לנכד כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל זאבעל הי"ו,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, פאר האדמו"ר מספינקא שליט"א, און פאר די מחותנים,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן, מחותנים, און מיט האדמו"ר מספינקא שליט"א.
א גוטע נאכט.
~🌴~