מיטוואך כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך כי תשא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר חיים שלמה אקערמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ד.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהדורת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה זלמן ברוין הי"ו און הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן געלב הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יושע ווירצבערגער הי"ו און הרה"ח ר' נחום אליעזר וויינבערגער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45,
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו"ר מישועות משה מוויזניץ זצ"ל.
א גוטע נאכט.
~🌴~