שבת קודש פרשת וארא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת וארא=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יחיאל אלטר ב"ר בעריש גפן הי"ו און החתן יושע ב"ר משה אברהם רזונאי הי"ו.
ארום 5:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' בעריש גפן הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:50.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' משה יוסף פריעדלענדער הי"ו.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ וומ"ס ורב דביהמ"ד ברך משה.
מנוחה ושמחה: הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א בן האדמו"ר מסטאניסלאוו לאנדאן שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וגם אני שמעתי את נאקת בני ישראל און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אחשביה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו - וומ"ס.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן עצי חיים זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג ו' שבט.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' עזרא דוד כאירה שליט"א - מו"ץ בקהילת חרדים בארגענטינע.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:30.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע פנחס ווייס הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' בעריש קאהן שלי"טא - ראה"כ אנטווערפען.
כהן: החתן חיים מענדל ב"ר יואל כהן הי"ו - באווארפען.
לוי: ר' אלכסנדר זושא ניימאן הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שלישי: הרה"ג ר' הערשל ראזענפעלד שליט"א - מו"ץ בשיכון סקווירא.
רביעי: החתן יחיאל אלטר ב"ר בעריש גפן הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן יושע ב"ר משה אברהם רזונאי הי"ו - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' ישראל בער הירש הי"ו.
ר' שמעון אקערמאן הי"ו.
ר' יואל ברמ"י רובינשטיין הי"ו.
ר' נפתלי צבי האלפערט הי"ו.
ר' משה הלל גרובער הי"ו.
ר' דוד רייז הי"ו.
ר' מנחם ברי"מ לאנדא הי"ו - וומ"ס.
שביעי: החתן יעקב יושע ב"ר יואל יצחק סופר הי"ו - באווארפען.
הוספה: הרה"ח ר' בנציון קאהן הי"ו.
אחרון: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ.
מפטיר: הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א - מו"ץ.
הגבה: הרה"ח ר' משה אברהם רזונאי הי"ו - בית שמש.
גלילה: הר"ר שמואל מנחם קאהן שליט"א - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע וואס געפאלט דעם דינסטאג ו' שבט.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים יוסף פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:20.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו - מאנטריאל.
כהן: הרה"ח ר' מענדל ברא"ש פריעדמאן הי"ו.
לוי: הר"ר יקותיאל צבי לעווי שליט"א.
שלישי: הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' חיים פעקעטע הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די מסורה 'ושמתי פדות בין עמי ובין עמך' איינס פון די תנאי תשובה איז א חרטה גמורה אויף די מעשים הרעים און וויבאלד ביי איד זאגט מען מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה און דאס איז וויבאלד מען האט נישט קיין ערלת הלב, במילא אויב האט מען א אמת'ע קבלה טובה ווערט עס פאררעכענט פאר א תיובתא סגי.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע וואס געפאלט דעם דינסטאג ו' שבט.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיטן זמר פון כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן דעם זונטאג אויף מנוחת הנפש אין פאלם ספרינגס קאלעפארניע.
מען האט געענדיגט ארום 7:40.
עס איז געווען זמני כניסה פון 9:20 ביז 1:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מזלאטשוב נתני' שליט"א וועלכע וויילט אין ק"י לרגל די שמחת נישואי נכדו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו און עקסטער אנגעוואונטשן פארן חתן און די מחותנים.
אויך זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים פון ישיבת קרן אורה פון לעיקוואד וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים פון ישיבת דרכי חיים פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
~🌴~