פרייטאג וארא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג וארא=
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד רב טוב לרגל די שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב הביהמ"ד, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א וחתן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אשר גאלדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד,
מוהל: דער אבי הבן הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א.
סנדק: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
סנדק מעומד: הגה"צ רב דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א.
ברכות וקריאת השם: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל: יצחק, נאך דער זיידע האדמו"ר מאלעסק זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשוב'ע זיידעס.
דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת ברית, און דער רבי האט אויפגעריסן די חלה אן קיין מעסער כנהוג אום ערב שבת.
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער זיידע חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און דער בעל שמחה דער אבי הבן הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יואל אשר וויעדער שליט"א - מנהל בישיבה קטנה סניף זרע קודש,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
ברכת המזון: רבינו שליט"א,
מיט די הרחמן'ס האט דער רבי מכבד געווען די בני המשפחה, און הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו, און הרה"ח ר' יואל דוד שווארץ הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 12:30.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די יולדות.
אין די פארמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א וועלכע האט זיך געפונען אין קרית יואל לרגל א משפחה שמחה.
א גוט שבת.
~🌴~