מאנטאג וארא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג וארא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ש הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים יואל פריעד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל ב"ר לוי אפפעל הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:50 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים יחזקאל שטיינמעץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"ח גוטמאן הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל נתן וויזענפעלד הי"ו און הרה"ח ר' משה אליעזר כ"ץ הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים מציונים תלמידי ישיבה סניף קדושת יואל ווי זיי האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ מסכת כתובות גפ"ת וואס מען האט געלערענט פארגאנגענע יאר אין ישיבה,
דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און דערנאך אנגעוואונטשן פאר די בחורים ברכת קדשו.
~🌴~