זונטאג וארא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג וארא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יושע מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר יודא אשר ראטה הי"ו.
ב"ר מנחם יושע יאקאבאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 7:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום מעמד ''בבנותינו נלך'' פאר די הונדערטער מחנכת אינערהאלב בית רחל שע''י מוסדותינו הק' בקרית יואל, וואס איז פארגעקומען אינעם בנין בית רחל 'אהל לאה אסתר' אודיטאדיום,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א - מנהל בית רחל, וועלכער האט איינגעלייטעט דעם מעמד,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען לענגערע דברות קודש בדברי חיזוק הדרכה פאר די פילצאליגע איינגעשטעלטע, ווי דער רבי האט ארויס געברענגט די זכי' און אחריות וואס א מחנכת פארמאגט, און ווי זי דארף צו זיין א דוגמה פאר די תלמידות וויאזוי זיך אויפצופירן מיט מדות טובות און מיט צניעות.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 ביז 11:20 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:10 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ידידי' קלאגסברוין הי"ו און הרה"ח ר' ברוך עזריאל יחיאל לעווי הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20.
אויפדערנאכט האט רבינו שליט"א זיך פארבינדן טעלעפאניש מיט כ"ק האדמו"ר מסקולען שליט"א לרפו"ש, וועלכער געפונט זיך אין שפיטאל אין אריזאנע, ווי רבינו שליט"א האט דורש געווען בשלומו און זיך פאראינטערעסירט אין די מצב הבריאות,
האדמו"ר מסקולען שליט"א האט זיך מזכיר געווען און געבעטן אינזין צו האבן, און רבינו שליט"א האט געוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~