דינסטאג ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ויחי=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אלחנן שלמה זלמן גראס הי"ו.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו הרב ברוך טייטלבוים שליט"א בן הרה"צ רבי יואל טייטלבוים שליט"א וחתן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א,
מוהל: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
סנדק: רבינו שליט"א.
סנדק מעומד: הגה"צ רב דבית מדרשינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א.
ברכות: הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א,
קריאת השם: האדמו"ר מגארליץ שליט"א, ויקרא שמו בישראל: משה, נאכן דאפעלטן עלטער זיידן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשוב'ע זיידעס, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי ווי עס איז פארגעקומען א לחיים פאר די בר מצוה בחור.
דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן הרב ברוך ט"ב שליט"א, און די זיידעס הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, און הרה"צ רבי יואל ט"ב שליט"א,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו החתן הרב חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים ני"ו.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15טע עוו. שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי משה מנחם ווייס שליט"א - אב"ד ור"מ קהלתינו הק' לאנדאן,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הר"ר מאיר פלעקסער שליט"א - ראש ישיבת חידושי הרי"מ בתל אביב,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~