נעכטן פארמיטאג זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה פון די חרדי'שע קהילה פון סינסינעטי אהייאו, ווי דער רבי האט…
בילדער ·
🌴בצל הקודש🌴
נעכטן פארמיטאג זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה פון די חרדי'שע קהילה פון סינסינעטי אהייאו, ווי דער רבי האט געהערט א באריכט פון די ארטיגע קהילה און מוסדות, ובפרט איבער די ביקור חולים וואס גיבט זיך שטארק אוועק פאר די אלע וואס ברויכן אנקומען צו די דארטיגע שפיטאל צוצושטעלן אש"ל מלא וכדו', דער רבי האט זיך שטארק נאכגעפרעגט אויף אלע פרטים איבער די בליה און וואוקס דארט, און געגעבן דברי חיזוק און ברכת קדשו, און ספעציעל איבער די גרינדונג פון די חברה הצלה דארט, ווי דער רבי האט אויסגעדרוקט שטארקע קורת רוח צו הערן אז די הנהלת חברה הצלה פון קרית יואל שטייט זיי צוהילף צום גרינדונג בכל מה דאפשר,
דער רבי האט יעדעם פערזענליך אנגעוואונטשן און בפרט פארן רב הרב אברהם וויינרעב שליט"א און פארן רב הביקור חולים הרב ישראל קויפמאן שליט"א וועלכער שטייט בראש פון אלע פעולות און עסקנות.
~🌴~


