מאנטאג ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ויחי=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' נחמן גליק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק י'א.
אין די פארמיטאג שעות איז פארגעקומען אן אסיפה בקו"פ פון אלע אדמיניסטראטארן פון מוסדותינו הק' איבער גרעיטאר ניו יארק, אינאיינעם מיט פארשידענע עסקנים און כלל טוער למען עתיד החינוך, וואו מען האט אויסגעשמועסט און איבערגעגאנגען די פרטי פרטים איבער די גזירות החינוך און די טעכנישע דעטאלן פון נישט ענטפערן פאר די רעגירונג, און רבינו שליט"א האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו אז מען זאל ווייטער קענען מצליח זיין גענצליך אפצושאפן די גזירה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה דוד יחזקאל גרינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יצחק מנשה שטיינפעלד הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 7:40 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברמ"ז פרידריך הי"ו און הרה"ח ר' אברהם בר"ב פאלאטשעק הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך מעריב איז געקומען אויף א באזוך המשפיע הר"ר יודל דייטש שליט"א פון ארה"ק,
עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בדברי תורה וחסידות, צווישן אנדערע האט דער בעל אכסניא פונעם משפיע הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו געוויזן פארן רבי'ן א ספר רש"ש וואס האט באלאנגט פאר רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
דער רבי האט געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן אויף מסכת אבות און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה ארום 12:35 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון בנו הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א צום שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל חתנו הרב ברוך טייטלבוים שליט"א בן הרה"צ רבי יואל שליט"א בן הגה"צ רב דבית מדרשינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים ביי וואכנאכט'ס ביי רבותיה"ק לבית עצי התמרים זי"ע און נאך,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און טועם געווען מזונות און פיש און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פארן יולדות,
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~