זונטאג ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויחי=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יצחק אהרן האללענדער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק י'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ארי' הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברש"ח מענדלאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק שאול כוואן הי"ו און הרה"ח ר' עזרא יצחק כאירה הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:50 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ראובן ראטטער הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ל גראס הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' מענדל יאנקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יעקב אליעזר גראד הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~