מיטוואך ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ויגש=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ברי"ח ווייס הי"ו.
ב"ר בנימין דוד מייזעלס הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ח'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם משה לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' חיים משה ביטמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
זמני כניסה איז געווען פון 7:45 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ראובן ווייס הי"ו און הרה"ח ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב,
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~