דינסטאג ויגש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ויגש=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יודא לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמחה ישראל ווייזער הי"ו.
ב"ר שלמה דוב ווידער הי"ו.
ב"ר יואל יערמיאש הי"ו.
ב"ר שלמה אליעזר גליקמאן הי"ו.
ב"ר חיים יודא האפמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ח'.
נאכן דאווענען דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~