דינסטאג וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג וישלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יקותיאל מנשה ווערצבערגער הי"ו - תאומים.
ב"ר זלמן לייב פעלבערבוים הי"ו.
ב"ר יוסף טובי' גדלי' זיכערמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ח'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:05 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:55
נאך די זמני כניסה איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א - רב ביהמ"ד קשאנוב וומ''ס, ומו"ץ בקהלתינו הק' לרגל שמחת נישואי בתו למז"ט.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
ארום 12:30 האט רבינו שליט"א פארלאזט וומ"ס אויפן וועג קיין בארא פארק זיך באטייליגן ביים שמחת החתונה פון ש"ב החתן בן הרבני הנגיד בנש"ק מנשה הורוויץ שליט"א, נכד רביה"ק העצי חיים זי"ע.
ארום 12:50 איז דער רבי אנגעקומען צום שמחת החתונה אין די זאלן פון עטרת חי',
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די חתן און מחותנים און פאר די זיידעס, דערנאך האט הרה"ח ר' פנחס מרדכי וועבער הי"ו אויסגערופן דער רבי צו מצוה טאנץ.
דער רבי האט געטאנצן מצוה טאנץ און דערנאך געטאנצן מיט די חתן און מיט די זיידעס און מחותנים.
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א אומגעקערט לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
א גוטע נאכט.
~🌴~