מאנטאג וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג וישלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר נטע מאשקאוויטש שליט"א - וומ"ס.
ב"ר אברהם חיים לאוב הי"ו - ב"פ.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ג', ווי דער רבי האט בתוך הדברים מעורר געווען איבער די גזירות החינוך אין ניו יארק, דער רבי האט ארויסגעברענגט די שעדליכקייט פון נאכגעבן פאר די רעגירונג און אז נאר מיטן כח הרבים וועט מען בע''ה מצליח זיין.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריבער בביתו החדש פון נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד בית מנחם זאב בשכונת ויואל משה,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א און הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מרדכי יצחק מאשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יצחק פאלאטשעק הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אפרים ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יוסף יואל כהן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון קרן ויואל משה צום שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הנהלת קהלתינו הק' אין ק"י לכבודו פון משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילע לייסטונגען פאר קהלתינו הק', עס איז געלאדענט געווארן די חשובי ופני העדה נגידים וחברי הנהלת הקהילה ווי אויך גדולי עסקני הקהילה,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברי ברכה ארויסברענגענדיג די חשיבות פון עוסק זיין בצרכי ציבור, און מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 8:25.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:10 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ראזענבערג הי"ו און הרה"ח ר' ישראל פריינד הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל גלויבער הי"ו און הרה"ח ר' שי שלום וואלבערג הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~