דינסטאג חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג חיי שרה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"מ גאלדשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יוסף חיים פאלאטשעק הי"ו.
ב"ר יואל פיש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"ד.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרה"ג ר' ישעי' צבי בריעף שליט"א - אב"ד תורת שמעון יערוסלאב לרגל נשואי בנו למז"ט,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און עקסטער אנגעוואונטשן פאר בנו החתן.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' משה מרדכי כ"ץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן איינלאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה וואס קומט פאר קומענדיגע וואך הבעל"ט, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"צ ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ רב דקהלתינו הק' 15טע עוו. ב"פ שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן איינלאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה וואס קומט פאר קומענדיגע וואך הבעל"ט, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:35, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה ארום 12:25 איז דער רבי אנגעקומען צו די לא שאטאו זאלן צום שמחת השבע ברכות פון חתן כלה נכדי כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גרויסע זיידעס,
נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און עקסטער מיטן זיידן האדמו"ר מספינקא שליט"א,
ארום 12:50 האט דער רבי פארלאזט די זאל אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~