מאנטאג חיי שרה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג חיי שרה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"ד.
ארום 12:40 איז דער רבי אנגעקומען צום בנין הת"ת ווידער פאלאטשעק אויף די רימנוב גאס ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'התחלת לימוד גמרא' פאר די הונדערטער תלמידי כתה ד' פון אלע סניפים,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד, דער רבי האט געמאכט א לחיים און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברי ברכה פאר די קינדער, און פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער,
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 10:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:40.
ארום 9:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל שמאיע הי"ו און הרה"ח ר' יואל אקער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
ארום 10:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי ווי עס איז פארגעקומען די צענטראלע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך קהלתינו הק' לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, וועלכע איז פארגעקומען אין די עטרת טשארנא זאלן, אינאיינעם מיט א סיום מסכת נזיר במסגרת חבורת יסודי התורה.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:30,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר א שטיק צייט,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א - מנהל התאחדות אברכים וועלכע האט מכבד געווען הרה"ג ר' אנשיל גרובער שליט"א - מגי"ש בקהלתינו הק' צו מאכן די סיום מסכת נזיר,
נאכן סיום איז הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א - מ'חמעלניק מכובד געווארן צו זאגן קדיש,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט א קינד מתלמידי המוסדות פארגעזינגען גראמען לכבוד המעמד.
ביים מעמד האט זיך אנגעזען די השתתפות פון פילע רבני ודייני העיר, צווישן אנדערע האדמו"ר מניקלשבורג שליט"א, האדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א, האדמו"ר מספינקא מאנסי שליט"א, בני האדמו"ר מסקווירא שליט"א, און נאך פילע רבנים ודיינים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די זיידעס הרבנים הצדיקים שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן וכלה,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בדברי שבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי וועלכע שטייט בראשות פון הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א וואס לייגט אריין אזויפיל כוחות אז עס זאל וואקסן און בליען, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן חתן, און פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, און פארן מחותן, און די חשוב'ע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
עס האבן אויפגעטרעטן בדברי בדחנות הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו אינאיינעם מיט ר' אהרן יוסף מארקאוויטש הי"ו,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
מען האט געענדיגט ארום 11:45, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~