שבת קודש פרשת לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת לך=
ארום 6:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' משה פרידריך הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:10.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר כולל תפארת בחורים.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' נפתלי אלימלך געשטעטנער הי"ו - ב"ב.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' נפתלי אלימלך געשטעטנער הי"ו.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' הערשל גלאנץ הי"ו - לאנדאן.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ואעשך לגוי גדול ואגדלה שמך און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין עשה דוחה לא תעשה שבמקדש.
קה אכסוף: הר"ר חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט"א.
ברכת המזון: הר"ר יוסף לייב קאהן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' משה'לע שינאווע'ר זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם פרייטאג י"ב חשון.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' אברהם עקשטיין שליט"א - אב"ד בוענעס איירעס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' ישראל ברח"א שפיטצער הי"ו.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה דוד בבור הי"ו - ארגענטינע.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:30.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו - ב"פ.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יו"ט יאזשעף הי"ו.
כהן: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א - מו"ץ.
לוי: ר' יואל דוד ליסטיגמאן הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שלישי: הרה"ג ר' אברהם אביש שמידמאן שליט"א - אב"ד קראלי פלעטבוש.
רביעי: החתן יקותיאל יוחנן ב"ר אשר אנשיל זאלדאן הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן מנחם זאב ב"ר אברהם משה לעבאוויטש הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יודל בר"י ווייס הי"ו.
ר' בנציון בר"י זאלדאן הי"ו.
שביעי: החתן חיים יצחק בהר"ר אלי' הערשקאוויטש שליט"א.
הוספה: החתן נתן נטע משה ב"ר יוסף עמרם מארקאוויטש הי"ו.
אחרון: החתן מאיר אלי' ב"ר משה מענדל ווערטהיימער הי"ו.
מפטיר: הר"ר נפתלי לעבאוויטש שליט"א - וומ"ס.
הגבה: הרה"ח ר' אליקים פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' מאיר פאלקאוויטש הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר אלי' הערשקאוויטש שליט"א - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה ברוך קאליש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:35.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:30.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אשר אנשיל ווייזער הי"ו - וומ"ס.
כהן: ר' הערשל גלאנץ הי"ו.
לוי: ר' חיים מענדל פריעדמאן הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' וואלף שניטצער הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרב יחזקאל גרינפעלד שליט"א - ב"פ.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ואברכך ואגדלה שמך' און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז ווען הקב"ה גיבט א ברכה פאר א מענטש מיט ממון דארף מען אכטונג געבן צו האנדלען נאר באמונה און נישט בגזילה ווייל אויב יא גיבט עס אריין א שלעכטע השפעה אין די מענטש און אין זיינע קינדער און מ'פארלירט די קשר מיט די תורה הק'.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הר"ר נפתלי לעבאוויטש שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן מנחם זאב ב"ר אברהם משה לעבאוויטש הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' משה ברוך שטערן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:50.
~
ארום 10:30 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די מעמד חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' אלי' הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון די 'שם הבנין' פונעם נייעם בנין הבית רחל אין מאנסי וע"ש יקרא "בנין אליהו ניישטאדט",
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר בנימין זאב פוקס שליט"א - מנה"ר במוסדותינו הק' מאנסי, וועלכע האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון די נדבה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשובן נדבן און זיין גאנצע משפחה,
דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר אלע קינדער און אייניקלעך פונעם נדבן.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי ווי עס זענען פארגעקומען עטליכע חתימת שטרות לטובת מוסדותינו הק' אין מאנסי.
צום ערשט איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון האברך הנגיד ר' יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט א זכות פון א שער אינעם בנין הת"ת החדש 'בנין גאלדשטיין',
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א - מגי"ש בקהלתינו הק' מאנסי, וועלכע האט ארויסגעברענגט די פעולות לרוב פונעם נדבן און בפרט פאר בית מדרשינו החדש אין די דזשיל געגענט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשובן נדבן און זיין גאנצע משפחה.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון האברך הנגיד ר' הערשל בר"מ ווערטהיימער הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט א זכות פון א שער אינעם בנין הת"ת החדש 'בנין גאלדשטיין',
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די פילע פעולות פונעם נדבן פאר קהלתינו הק' אין מאנסי און בפרט פאר התאחדות אברכים,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשובן נדבן און זיין גאנצע משפחה,
דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע שטוב ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות,
דערנאך איז פארגעקומען די חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יוסף הערש גראס הי"ו האט אפגעקויפט א זכות 'יסוד הבנין' אינעם בנין הת"ת,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן און זיין משפחה,
דערנאך זענען אריין די עסקני התאחדות אברכים פון קהלתינו הק' ווי מען האט איבערגעגעבן א באריכט פון די פילע פעולות, צווישן אנדערע האט מען איבערגעבן א גרוס פונעם נייעם כולל יום ראשון פאר בעלי בתים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 12:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע וואך.
~🌴~