פרייטאג לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג לך=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ברוך ווידער הי"ו.
ב"ר יצחק אייזיק שטערן הי"ו.
ב"ר יחיאל דוב פריעדמאן הי"ו.
ב"ר שבתי אבערלענדער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאך שחרית ארום 11:50 איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' לרגל די שמחת החתונה פון נכדתו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א וואס קומט פאר דעם קומענדיגן דינסטאג וירא אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י,
ביים אנקומען אין ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכה און דערנאך איז דער רבי אריין אין אוהל ווי דער רבי האט צום ערשט געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג, דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש און דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה,
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
א גוט שבת.
~🌴~