דאנערשטאג נח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג נח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' לייב הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר דוד אבערלענדער הי"ו.
ב"ר מנחם מענדל גרינפעלד הי"ו.
ב"ר יואל בכור סרוגא הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ב.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל התחלת הזמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו ע"פ אחיו ע"ה, און משפחת הרה"ח ר' אורי שווארץ ע"ה.
ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארץ הי"ו און הרה"ח ר' יוחנן מאנן הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' מאיר העכט הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי האט געדאווענט מעריב, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ ר' ישראל יעקב לאנדא שליט"א - גאב"ד קהילת חרדים באר שבע,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני שחיטה וכשרות, און הגה"צ ר' ישראל יעקב שליט"א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן ספרו שו"ת באר ישראל, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~