מיטוואך נח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך נח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו.
ב"ר יואל בר"י לעווי הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק י"ח.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל התחלת הזמן, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מיכל פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' יוסף צבי ראטענבערג הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה דוב ווידער הי"ו און הרה"ח ר' מענדל הערש ראזענבערג הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א און הרה"ח ר' אהרן הערש טויב הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי האט געדאווענט מעריב, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הרה"ח ר' משה מארגרעטן הי"ו פון די צדק ארגאנאזאציע אינאיינעם מיט נאך עטליכע עסקנים, ווי מען האט ארומגערעדט איבער פארשידענע נושאים העומדים על הפרק, און מקבל געווען ברכת הקודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~