פרייטאג בראשית
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג בראשית=
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בוטשאטש צו תפילת שחרית.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יצחק שניטצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים תאומים ב"ר משה אברהם ווידער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין בחדרו הפרטי פאר די בר מצוה בחור ב"ר שלום יצחק וויינבערגער הי"ו - מתלמידי מוסד הק' שערי חמלה,
דער רבי האט אים געלייגט תפילין מיט א שטארקע התרגשות און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די גאנצע משפחה.
דערנאך איז פארגעקומען בהיכל הביהמ"ד א מעמד סיום כתיבת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך משפחת מענדלאוויטש און מתפללי ביהמ"ד הלכה ברורה ק"י, לע"נ הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ע"ה - רב הביהמ"ד, און ווערט אריינגעגעבן דעם שב"ק אין ביהמ"ד הלכה ברורה,
דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די גאנצע משפחה, און עקסטער פארן זיידן משבק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו,
דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה פאר א שטיק צייט,
מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיטן ספר תורה פאר א לענגערע צייט, און מכבד געווען משב"ק הרה"ח ר' יושע הי"ו און די משפחה צו טאנצן מיטן ספר תורה.
א גוט שבת.
~🌴~