דאנערשטאג בראשית
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בראשית=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די גרעסערע כיתות פון מוסדותינו הק' אין מאנסי אינעם נייעם בנין הת"ת 'בנין משה חיים גאלדשטיין' אויף מאנסי בלוד. לרגל די פתיחת שערים פונעם נייעם בנין.
ביים אנקומען אינעם בנין הת"ת האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א און די הנהלת המוסדות, און דער רבי איז אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און ארומגעגאנגען צווישן די קינדער מיט א שטארקע קורת רוח.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' אהרן יעקב כהנא שליט"א.
בהר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א.
ב"ר שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מנהל המוסדות.
ביים ליינען האבן עולה געווען,
כהן: הרה"ג ר' אהרן יעקב כהנא שליט"א.
לוי: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א.
גלילה: הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א.
א קורצע צייט נאכן דאווענען איז פארגעקומען די 'מעמד קביעות מזוזה וחנוכת הבית',
דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן שער ביהמ"ד, און דערנאך מכבד געווען צו לייגן א מזוזה הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, די נדבן הבנין הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, און הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מנהל המוסדות.
דערנאך איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען די מסיבת לחיים פאר די אריבער טויזענט תלמידי המוסדות,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, דערנאך האבן די קינדער ממשיך געווען מיטן זינגען חרוזים לכבוד המעמד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן הבנין, פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, הנהלת המוסדות, מרביצי תורה, און פאר אלע קינדער,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט צום ערשט אנגעהויבן מיט א תפילה קצרה פאר אחינו בני ישראל תושבי ארה"ק הנתונים בצרה און געוואונטשן אז המקום ירחם עליהם וישמרהו ויצילהו מכל צרה וצוקה בכל מקום שהם,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די חשיבות פון לערנען תורה און בפרט פון תשב"ר,
דער רבי האט ארומגערעדט מיט שמחה איבער די חנוכת הבית פונעם בנין הגדול והמפואר וועלכע וועט מחנך זיין במשך די יארן טויזענטער קינדער ע"ד המסולה לנו מרבותיה"ק זי"ע און מעורר געווען די קינדער צו גיין מיט די ציצית אינדרויסן און די גרעסערע קינדער נישט צו רעדן מיט די תפילין אזוי ווי מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע פלעגט פאדערן פון די קינדער,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פונעם חשובן נדבן הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו וועלכע האט מנדב געווען אזא שיינעם בנין און געוואונטשן ברכות לרוב,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פון מוסדותינו הק' אין מאנסי און ארויסגעברענגט לשבח פונעם געטרייען מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל הי"ו וועלכע שטייט במסירות נפלאה בראש פונעם מוסדות און האט אהערגעשטעלט אזא שיינעם בנין אין אזא קורצע צייט שלא כדרך הטבע, און דאס איז חוץ די אנדערע בניני הבית רחל וואס מען האט געבויעט און מען האלט אינמיטן בויען,
און דער רבי האט מסיים געווען בשבח פון קהלתינו הק' אין מאנסי בראשות הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א וועלכע איז נודע לתהילה בכל העיר, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר אלע קינדער און זייערע עלטערן.
דערנאך האט הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א - מרבני קהלתינו הק' אויפגעריפן דעם חשוב'ן נדבן הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו וועלכע האט צום ערשט געמאכט א ברכת שהחינו מלובש בבגדי שבת, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ ווי דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער נדבן אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער לכבוד המעמד,
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די קינדער וועלכע האבן אריינגעברענגט פון פינף הונדערט דאלער און העכער, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי ארומגעגאנגען אין די ארום פערציג כיתות וועלכע זענען שוין אין באנוץ, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
ארום 2:00 אזייגער האט דער רבי פארלאזט די בנין הת"ת בשעת די אריבער טויזענט תלמידי הת"ת שטייען אויסגעשורה'ט אינעם פארקינג לאט און זינגען בשירה וזמרה.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען האברך ר' יצחק נפתלי שפיטצער הי"ו ע"פ בנו ע"ה.
אויפן וועג צו מנחה האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:50 און מעריב ארום 7:55 אין ביהמ"ד בוטשאטש.
צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה פאר אנ"ש בחדר הפרטי.
נאך מעריב האט דער רבי פארהערט א קבוצה מציונים פון ישיבה קטנה סניף מעיין התורה פון ב"פ בהנהלת הר"ר ישראל יצחק זינגער שליט"א,
דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף גאנץ מסכת גיטין פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א סעט תורת משה פאר אלע בחורים.
א גוטע נאכט.
~🌴~