ליל א' דחוה"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=ליל א' דחוה"מ=
~אושפיזא דיעקב~
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת השלחן אין די סוכה הגדולה ארום 11:30.
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפוזין, און זיך געוואשן,
מען האט ארויף געגעבן די מאכלים ווי יו''ט,
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין,
נאך די פלייש האט מען ארויף געגעבן מטעמים לכבוד יום טוב און דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
הרה"ג ר' זלמן לייב רובין שליט"א - אב"ד דינוב מאנסי.
הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - אב"ד צאנז ק"י.
הרה"צ ר' יצחק אשר ישעי' לייפער שליט"א - אדמו"ר מחוסט נאדבורנא ק"י.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה' און ארויסגעברענגט אז בזכות פון די תפילות פון די פריערדיגע צדיקים ווערט כלל ישראל געהאלפן היינטיגע צייטן, און דאס האט יצחק אבינו אויסגעפויעלט ביי די ברכות פאר יעקב אבינו 'ויתן ויחזור ויתן',
און דער רבי האט געזאגט אז כלל ישראל מאכט די נענועים מיט די ד' מינים און אפילו מען איז א פשוטע איד און מען מאכט עס אן די כוונות טוט עס אויף אין הימל אלע גוטע זאכן בזכות פון די עבודת הקודש פון די פריערדיגע צדיקים ביי די נענועים, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב חיים יעקב רוקח שליט"א, חתן חדב"ן הגהצ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה ווי דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
א גוטן מועד.
~🌴~