ימים הראשונים של חג הסוכות תשפ"ד בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=ימים הראשונים של חג הסוכות תשפ"ד בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א=
ארום 7:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת ומערבית האט פארגעדאווענט הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:10.
נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור צוזאמען 'א גוט שבת און א גוט יו"ט' און אנגעוואונטשן אז 'דער אייבערשטער זאל העלפן אז מען זאל קענען מקיים זיין מצוות סוכה כהלכתה', און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געפראוועט די סעודה אויף א פריוואטע פארנעם בסוכה שע"י ביתו נאוה קודש,
מען האט געעפענט די שלאק און דער רבי האט אנגעהויבן שלום עליכם ביז מודה אני,
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
נאך די זמירות האט דער רבי איינגעלאדענט די אושפיזין.
נאך די פיש האט זיך דער רבי אויסגעדריקט ברגש קודש 'נישטא קיין ווערטער צו קענען דאנקן דעם הייליגן באשעפער אז מען קען זיצן און עסן און די סוכה'.
מען האט אויפגעגעבן די מאכלי שבת, און די בעלי אושפיזין האבן אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים.
פאר די זמירות האט מען געעפענט די טיר פארן אנשי שלומינו,
נאך די זמירות האט דער רבי געזאגט תורה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'והשענו תחת העץ' און געטייטשט אז אברהם אבינו האט אריינגעשיינט א כח אויף די וועלט דורך מאכן די גרים אויף ביזן היינטיגן טאג, אזוי אויך ווען מען זיצט אין די סוכה אפילו עס איז נאר אויף זיבן טעג שיינט עס אריין אויפן גאנצן יאר.
ברכת המזון: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן קאזניצער מגיד זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג ערב סוכות.
נאך קה רבון עלם האט מען אויפגעגעבן פירות און די אושפיזין זענען אריבער נעמען שיריים.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני יו"ט פאר א לענגערע צייט.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:15.
~
=יום א' דסוכות=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:00 אזייגער.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שלום מאיר עקשטיין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית, און פארגעזאגט אמירת הלל מיט גרויס התעררות און השתפכות הנפש און נאך הלל פארגעזאגט הושענות.
פתיחת הארון: הרה"ח ר' יושע נחמן שרייבער הי"ו - לאנדאן.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס, און הרה"ג ר' יואל שטיין שליט"א - מו"ץ בביד"ץ כדתיא לאנדאן.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' בעריש קאהן שליט"א - ראה"כ דכוללינו אנטווערפען.
כהן: הרה"ח ר' אלי' שלמה קאהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שמואל הערש פעלדמאן הי"ו.
שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו.
חמישי: הרה"ח ר' ישכר בער הירש הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' קלמן אליעזר בר"י סאאל הי"ו.
ר' אליעזר סופר הי"ו.
ר' יעקב פרענקל הי"ו.
ר' מנחם אורי לעבאוויטש הי"ו.
שביעי: ר' יוסף יצחק שטיינבערג הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
הגבה: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א - מאנטשעסטער.
גלילה: ר' משה קאפפעל הי"ו - לאנדאן.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' דוד פריינד הי"ו - לאנדאן.
גלילה: הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ג ר' מעכיל פריעדמאן שליט"א - מאנטשעסטער.
מען האט געענדיגט ארום 1:55.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש נאך די זמירות האט דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'אתה אמרת והושענו תחת העץ, חייך שאני פורע לבניך מצוות סוכה' און געטייטשט אז אברהם אבינו האט אראפגעברענגט אלע נשמת הגרים העתידים און די נשמה פון רבי עקיבא וואס לשיטתו איז דא מים טהורים זיך מטהר צו זיין און קענען אריינגיין אין די סוכה.
ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:45.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק פייערשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' מרדכי שעהר הי"ו - לאנדאן.
כהן: הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' מאיר הערש גרינבוים הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעד הי"ו - וומ"ס.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום סוכה הגדולה ווי דער רבי האט זיך געוואשן צו שלו"ס.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש 'אתה אמרת והשענו תחת העץ, חייך שאני פורע לבניך מצוות סוכה' און געטייטשט אז אברהם אבינו האט געמאכט גרים און דורך זיי איז געווארן אלע גרים שפעטער ובתוכם נשמת רבי מאיר וואס זיין שיטה איז אז אידן זענען בנים למקום אפילו כשאין אתם עושים רצונו של מקום און עס העלפט תשובה אזוי קען מען אריינגיין אין די הייליגע סוכה.
ידיד נפש: הרה"ג ר' בעריש קאהן שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו - לאנדאן.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מען האט געענדיגט ארום 8:20, און דער רבי איז צוריקגעגאנגען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב.
מערבית: הרה"ח ר' חיים אלישע גראסמאן הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:00 אזייגער.
דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוט יו"ט, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם סוכה הגדולה.
דער רבי האט געזאגט די סדר אשפוזין,
הגבהת הכוס: הר"ר בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב ק"י.
מען האט ארויף געגעבן די מאכלים ווי יו''ט, די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און ביי די זיסע מייערן האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין.
נאך די פלייש האט מען ארויף געגעבן מטעמים לכבוד יום טוב און דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפוזין.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויתן לך אלוקים מטל השמים' און געטייטשט אז יצחק אבינו האט אריינגעברענגט דעם כח פון שמחה של מצוה און דורכדעם ווערט נתכפר אויך דער חשבון פון די צייט פון די עבירה.
ברכת המזון: נכד רבינו הב' יצחק אייזיק ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה לכבוד שמחת בית השואבה.
דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט אז מען דארף אפגעבן א שבח והודיה פאר הקב"ה אז מען האט געקענט עסן געהעריג אין די סוכה די ערשטע נאכט און אפילו שלאפן, מ'האט געהאט אנגעשראקן ערב יו"ט און מ'איז אפילו געזיצן און אויסגעארבעט וויפיל מ'קען מצמצם זיין די מינומים, אבער מ'האט געהאט א עכטע שמחת יו"ט 'דער אייבערשטער זאל העלפן ס'זאל אייביג זיין שמחות'.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:00 אזייגער.
~
=יום ב' דסוכות=
נאך די מקוה איז דער רבי אהיים מקיים זיין מצוות נטילת לולב.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:00 אזייגער.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ואמירת הלל, און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס התעורורות פאר א לאנגע צייט,
נאך הלל האט דער רבי פארגעזאגט הושענות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין, און נכד רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד בית מנחם זאב.
פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב.
כהן: הרב נחמן כהנא הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו.
רביעי: הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' משה יצחק שטערנליכט הי"ו - לאנדאן.
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יעקב אלי' רייזמאן הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' משה דוד פריעדמאן הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 2:00 אזייגער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה מאיר שניטצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף בר"ע געשטעטנער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
~
ארום 7:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה.
בעל תפילה: הר"ר איתמר מייזליש שליט"א.
מעריב מוצאי יו"ט: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין די סוכה הגדולה ווי דער רבי האט געמאכט הבדלה,
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוטן מועד.
מען האט געענדיגט ארום 8:20.
א גוטן מועד.
~🌴~