דאנערשטאג האזינו א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג האזינו א'=
~ה' דסליחות~
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:25.
נאך סליחות האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל ראטענבערג הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט צענדליגע בחורים פון ארה"ק וועלכע זענען געקומען וויילן אויף חודש תשרי בצל הקודש.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 10:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:45, און מעריב ארום 9:30, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~