מיטוואך האזינו א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך האזינו א'=
~ד' דסליחות~
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:20.
נאך סליחות האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
ארום 9:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דבית מדרשינו תפילה למשה ב"פ.
ב"ר שמואל מרדכי ישראל פיש הי"ו.
ב"ר זלמן לייב גאלדמאן הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער מנהגי הנחת תפילין בחצרות ראחמיסטריווקא - סקווירא, און סיפורים פון הרה"ק בעל שר שלום מבעלזא זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן היינט כ"ז אלול.
נאך שחרית איז דער רבי אנגעקומען צום 'אשת חיל בנין אהל פעסיל לאה' קימפעטארין היים ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה פארן נייעם פליגל וואס איז נארוואס פארענדיגט געווארן,
דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויף איינע פון די נייע שטיבער, דערנאך איז דער רבי ארומגעגאנגען אינעם גאנצן פליגל און זיך אומגעקוקט אויף אלע איינריכטונגען וואס איז צוגעשטעלט מיט גרויס הרחבת הדעת לטובת די קימפעטארינס און געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו מהנהלת הווילעדזש וואס האט אהערגעשטעלט דעם גאנצן בנין, און פון הרה"ח ר' נפתלי צבי אפענהיים הי"ו וועלכע שטייט בראש פונעם קימפעטארין היים,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט איבערגעקוקט די ליסטעס פון וויפיל קימפעטארינס האבן זיך באנוצט מיט קימפעטארין היים די לעצטע יאר,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן אנוועזנדן ציבור.
זמני כניסה איז געווען פון 6:00 אזייגער ביז 11:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו און הרה"ח ר' חיים אלימלך יאקאב הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' ברוך יצחק ווייס הי"ו און הרה"ח ר' משה לעווינגער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין לברך ולהתברך הרה"ג ר' חיים מאיר האגער שליט"א - רב דביהמ"ד וויזניץ בשכונת זרע קודש, בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומ"ס שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון חודש תשרי בחצר וויזניץ, און דער רבי האט געוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:30, און מעריב ארום 11:50.
א גוטע נאכט.
~🌴~