פרייטאג כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג כי תבא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - מנהל הישיבה.
ב"ר יונתן בלייער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק ר' ישראל יעקב יוקל מ'וואלאווע זי"ע.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן מנהל שליט"א און פאר די בר מצוה בחורים און פאר די תלמידי הישיבה,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג אז מען דארף לערנען תורה מתוך שמחה, און מעורר געווען אויסצוניצן די וואך וואס איז נאך געבליבן, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
א גוט שבת.
~🌴~