דאנערשטאג כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג כי תבא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלמה ברז"ל גליק הי"ו.
ב"ר דוד בר"מ עקשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער צום בית החיים ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים לויה פון הרה"ח ר' יוסף יאקאב ע"ה,
דער רבי האט משמיע געווען דברי הספד לפני מיטתו, און מלוה געווען די מטה.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אברהם מרדכי וועבער הי"ו ע"פ בנו ע"ה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בביתו נאוה קודש.
ארום 1:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פערטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה ע"מ להחזיר' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:35.
זמני כניסה איז געווען פון 6:20 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף חביב באסול הי"ו און הרה"ח ר' רחמים אברהם דאנא הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו און הרה"ח ר' משה הערש בראך הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר משולם פייבוש יואל מעכעלאוויטש שליט"א און הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מנאדבורנה ביתר שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מזלאטשוב נתני' שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:15, און מעריב ארום 12:30,
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די קדישים לרגל די יומדה"ק פון זקינו הרה"ק ר' ישראל יעקב יוקל מ'וואלאווע זי"ע.
א גוטע נאכט.
~🌴~