מאנטאג כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג כי תבא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעי' שפיטצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים ישראל לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ד.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי אנגעקומען צום נייעם מקוה טהרה ווי עס איז פארגעקומען א מעמד יציקת הבורות פאר עטליכע נייע בורות,
דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד געווען די נדבני הבורות הרה"ח ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל בר"א בראך הי"ו צו גיסן זייערע בורות,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די רבני וועד לעניני מקוואות, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נדבנים.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די ערשטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה ע"מ להחזיר' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:35.
זמני כניסה איז געווען פון 6:45 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם עזרא אפפעלדארפער הי"ו און הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שאול גרינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' שלמה הערש פישער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' גבריאל שמואל ווייס הי"ו און הרה"ח ר' חיים אלי' פעלבערבוים הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א און הרה"ח ר' שלמה זלמן עפשטיין הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:20, און מעריב ארום 12:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~