זונטאג כי תבא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג כי תבא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ירמי' מיטטעלמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם יואל רובין הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין לינדען ניו דזשערזי ווי עס איז פארגעקומען די חומש סעודה פון מוסדותינו הק' בעיר לינדען,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:00 אזייגער צום חומש סעודה וואס איז פארגעקומען באולם בראך אין לינדען נדבת הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אליעזר מרדכי אפרים סופר שליט"א - רב דקהלתינו הק' לינדען,
די קינדער האבן געזאגט די פסוקי חומש ויקרא כנהוג, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דב"ק לכבוד המאורע און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די קינדער, עלטערן, און זיידעס,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער,
אויך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די עלטערע קינדער פון מוסדותינו הק',
מען האט געענדיגט ארום 3:00 אזייגער.
דערנאך איז דער רבי אריבער בבית החדש פון הרה"ג רב דקהלתינו שליט"א ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן לינדענ'ע רב שליט"א.
פון דארט איז דער רבי אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל הארטמאן הי"ו,
דער רבי האט צום ערשט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר האחים הנגידים הרה"ח ר' שמואל ור' ישראל הארטמאן הי"ו מגדולי תומכי קהלתינו ומוסדותינו הק' בעיר לינדען.
דערנאך איז פארגעקומען זמני כניסה בבית האכסניא ווי אנ"ש תושבי לינדען האבן געהאט די געלעגענהייט לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מקאלאמייע שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מראחמיסטריווקא לינדען שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם געוואונטשן ברכת קדשו.
נאך די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מקאסאן שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
ארום 5:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין ק"י.
זמני כניסה איז געווען פון 6:45 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף מענדל פרידריך הי"ו און הר"ר יונתן בנימין בוכינגער שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יחזקאל שרגא שטיין הי"ו און הרה"ח ר' יואל פריינד הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:30, און מעריב ארום 12:20.
נאך מעריב איז דער רבי אנגעקומען צום בית החיים ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים לויה און מלוה געווען די מטה פון הב' שלמה זלמן ע"ה ב"ר אברהם מרדכי וועבער הי"ו - ממציוני תלמידי ישיבתינו הק' שיעור ד'.
~🌴~