מיטוואך דברים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך דברים
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:30
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן ליכט לרגל יומדהל"ק פונעם הייליגן ארי' הק'
עס האט מיטגעדאוונט מיט'ן רבין'ס מנין הגה"צ אב"ד מעליץ שליט"א, וועלכע געפונט זיך אין די טעג אויף אפרוה.
נאכן דאווענען האט הב' יואל ב"ר יוסף דוב ראזענפעלד איבערגעגעבן פארן רבי'ן א תירוץ אויפן קושיא וואס דער רבי האט איבערגעלאט אין ישיבה אינעם סוגיא פון מיגו להוציא לא אמרינן.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל דעם יודהל"ק.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בקורות ימי חייו פונעם אר"י הק' באגלייט מיט עובדות וסיפורים.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט.
אין די פארמיטאג שעות ארום 11:30 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן.
צווישן אנדערן האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער פארצייטישע ניגונים, ניגונים וואס צדיקים האבן אויסגעלייזט פון די גוים, און איבער נוסחאות התפלה ביי צדיקים לבית ראפשיץ, בלאזוב, צאנז, ווי אויך איבער די תנועות וואס דער רבי זי"ע פלעגט זיך אונטערזינגען ביי פארשידענע געלענהייטן.
א גוטן טאג
~🌴~