דינסטאג דברים פארנאכטס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג דברים פארנאכטס
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:05
עס האט מיטגעדאוונט מיט'ן רבין'ס מנין הגה"צ אב"ד מעליץ שליט"א, וועלכע געפונט זיך אין די טעג אויף אפרוה.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי געלערנט אין ביהמ"ד.
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן ליכט לרגל יומדהל"ק פונעם הייליגן ארי' הק'
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:45
נאכן דאווענען האט דער רבי באטראכט די פארשריט ביי די בוי ארבעט ביי די ניי צוגעבויטע חדר התפלה.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט.
צווישן אנדערן האט זיך פארצויגן א שמועס איבער די קורות ימי חייו פונעם ארי' הק'.
א גוטע נאכט.
~🌴~