פרייטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג כי תצא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א בבנין קליין.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר הערש אלימלך גליק הי"ו - מאנטריאל.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי הדרכה פאר די קינדער און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
א גוט שבת.
~🌴~