דאנערשטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג כי תצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אלימלך שמשון בר"א שווארטץ הי"ו בבית זקינו הרה"ח ר' שמואל יודא קליין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מנחם משה שטיין הי"ו.
ב"ר יואל ישראל מנחם וואגשאהל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א שיעור ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברי הכנה לימי הרחמים והרצון הבעל"ט.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ראש העיר וראה"ק דקהלתינו הק' ק"י, היושב ע"פ אשתו ע"ה.
אויך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' שמואל מארקאוויטש ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 6:15 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מענדל אפענהיים הי"ו און הרה"ח ר' יקותיאל שמשון גפן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ל מייזעלס הי"ו און הרה"ח ר' הערש לייב פישער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ליפא שפילמאן הי"ו און הר"ר יוסף שלמה פייערשטיין שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים לייב מארקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' ישראל מרדכי וואנחאצקער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:20, און מעריב ארום 12:40.
א גוטע נאכט.
~🌴~