דינסטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג כי תצא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק י"ח.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 5:00 אזייגער ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:30, און מעריב ארום 10:15,
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע.
נאך די זמני כניסה האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ ווי דער רבי איז אנגעקומען צו ביהמ"ד ראחמיסטריווקא אויף ניחום אבילים ביי האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א נאך די פטירה פון אביהם כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל,
עס האט זיך פארצויגן א שמועס און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.
דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~