מאנטאג כי תצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג כי תצא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א - דומ"ץ קראלי וומ"ס.
ב"ר אשר אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו.
ב"ר יושע בער סאמעט הי"ו.
ב"ר חיים נחום פישער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
זמני כניסה איז געווען פון 6:00 אזייגער ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר הערשל גאלדבערגער שליט"א און הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מענדל מאיר עסטרייכער הי"ו און הרה"ח ר' יואל משה זילבערשטיין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' עזריאל מאיר קאהן הי"ו און הרה"ח ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:30, און מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~