מוצ"ש שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מוצ"ש שופטים=
ארום 12:15 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן לע"נ הב' מרדכי דוב פאנעט ע"ה ממציוני תלמידי ישיבת קנין תורה מאנסי, און ווערט אריינגעגעבן מארגן זונטאג אין ישיבה,
עס איז אנוועזנד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און די זיידע הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק מאנסי,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און מכבד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אריינצושרייבן א אות,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די רבנים שליט"א און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר די גאנצע משפחה.
ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל בר"מ בראך הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יואל הי"ו האט אפגעקויפט א זכות אינעם נייעם שטאק פונעם בנין מבצר הכוללים אין ק"י,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבערן וואוקס פונעם מבצר הכוללים, און איבער די הרבצת התורה לתלמידים פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן און זיין משפחה.
~🌴~