שבת קודש פרשת שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת שופטים=
ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א - מאנסי, בן הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו לאנדאן שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:55.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פארן מוסד רב טוב, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט"א.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יושע העשיל שארף שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' נתן פריעדמאן הי"ו - אלעד.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק כי יפלא ממך דבר און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מתוך.
קה אכסוף: הר"ר אהרן בריעף שליט"א - מאנטריאל.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו לאנדאן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך ו' אלול.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' מאיר סימאן שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:15.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר הערשל גאלדבערגער שליט"א.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק שמואל אפענהיים הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' ישראל יעקב היימליך שליט"א - אב"ד וועגשייד.
כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
לוי: החתן שמעון נפתלי ב"ר משה שמואל רובינפעלד הי"ו - באווארפען.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו לאנדאן שליט"א.
רביעי: בעל שמחה נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל חוה נאך די באבע הרבנית מאלעסק ע"ה.
חמישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' אברהם חיים טעללער הי"ו.
ר' חיים ברש"ד גאנדל הי"ו - וומ"ס.
ר' אשר ארי' ווידער הי"ו.
ר' חיים אהרן לאנדא הי"ו - וומ"ס.
שביעי: החתן שמעון ב"ר מענדל אפענהיים הי"ו - באווארפען.
הוספה: החתן שמעון בהר"ר הערשל גאלדבערגער שליט"א - באווארפען.
אחרון: החתן ב"ר ברוך מאיר בראדער הי"ו. מפטיר: הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' משה שמואל רובינפעלד הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע וואס געפאלט דעם מיטוואך ו' אלול.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר אהרן בריעף שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל בר"מ ווערטהיימער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען בהיכלי הפאליש צום שמחת הקידושא רבא לרגל הולדת הבת ביי נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א בן הגה"צ אבד"ק אויסטילא שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב מאיר יודא שליט"א,
דער רבי האט געוואונטשן לחיים פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה ווען עס ווערט געבוירן א מיידל וואס דערמיט קומט אראפ נאך א בינה יתירה אויף די וועלט, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב,
מען האט געענדיגט ארום 1:10.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:20.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' יואל ברמ"א פריינד הי"ו - ב"ב.
כהן: הרה"ח ר' יושע הערש גליק הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' שמואל אליעזר ראטה הי"ו - ב"פ.
שלישי: הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' מענדל אפענהיים הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'צדק צדק תרדוף' און נאכגעזאגט אז עס איז דא ד' חילוקי כפרה און עס איז דא עבירות וואס מען דארף ח"ו צוקומען צו יסורים אדער יום המיתה, זאגט אבער דער בעלזער רב זי"ע אז דאס איז נאר ווען עס איז נאר דא תשובה אבער אויב איז דא תשובה מיט תפילה פעלט נישט אויס קיין יסורים, אבער די פראבלעם איז אז ווען מען זינדיגט פארלירט מען די צלם אלקים וואס דאס מאכט אז די תפילות זאלן נישט נתקבל ווערן, זאגט אבער דער בני יששכר זי"ע אז ווען מען גיבט צדקה באקומט מען צוריק די צלם אלקים און די תפילות ווערן נתקבל, און פארדעם פעלט אויס עס זאל זיין 'ותשובה ותפילה וצדקה' און דעמאלטס איז 'מעבירין את רוע הגזירה',
און דער רבי האט מעורר געווען אז מען שטייט יעצט אין חודש אלול וואס איז מיוסד פאר התבוננות וחשבון הנפש, און א מענטש מאכט זיך א חשבון וויאזוי די יאר איז אריבער און זעט אז ער האט עובר געווען ח"ו אויף הארבע עבירות וואס איז נישט גענוג תשובה אליינס, איז אבער דא די עצה פונעם בעלזער רב זי"ע פון תשובה מיט תפילה צוזאמען, אבער דאס איז נאר ווען מען פארמאגט די צלם אלקים און לב יודע מרת נפשו אז מען פארמאגט עס נישט, איז די עצה פארדעם עוסק צו זיין בצדקה וחסד און דורכדעם צוריקבאקומען די צלם אלקים און די תשובה מיט תפילה וועלן ווערן נתקבל.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו לאנדאן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו תפילת מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע וואס געפאלט דעם מיטוואך ו' אלול.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:45.
א גוטע וואך.
~🌴~