פרייטאג ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג ראה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר שלמה נח היילברוין שליט"א, בבנין קליין אויף די ראצפערט גאס.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אהרן בר"מ גאלדשטיין הי"ו.
ב"ר נפתלי צבי קלאגסברוין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, און פאר אלע מלמדים און קינדער.
אין די פארמיטאג שעות האבן זיך געשטעלט צום פארהער בביתו נאוה קודש ישיבה קטנה סניף אהבת התורה פון וומ"ס בהנהלת הר"ר משה שמואל ראטענבערג שליט"א אויף שו"ע הלכות ברכת הפירות,
דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און אויסגעשמיעסט פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך כסדר,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בחורים,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו לב אהרן - דברים פאר אלע בחורים.
א גוט שבת.
~🌴~