דאנערשטאג ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ראה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל בר"ע וויינשטאק הי"ו.
בהר"ר יוסף יושע גאלדבערגער שליט"א.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד אבני צדק ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר אלי' גאלדבערגער הי"ו - ב"פ, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
אין די פארמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך הרה"צ ר' עזריאל מאיר קאהן שליט"א - אבד"ק סענדשארדזש, אינאיינעם מיט עטליכע רבני ודייני קהלתינו הק' לאור די יעצטיגע קאמפיין פאר קהילת 'אור חדש דרבינו יואל' אין גואטאמאלא ווי די חשובע רבנים שליט"א שטייען בראש פון די קהילה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פעולות לטובה פאר די קהילה, און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם געוואונטשן פאר די חשובע רבנים שליט"א און די אנוועזענדע עסקנים.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 8:20 איז דער רבי אנגעקומען בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען אינטן אינעם זאל א מעמד 'הכרת הטוב' פאר אנ"ש פון בני ברק וועלכע האבן זיך אנגעשטרענגט צו מנדב זיין גרעסערע סכומים פאר מוסדותינו הק' אין ב"ב, אינאיינעם מיט א מעמד כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך חברי קהלתינו הק' אין ב"ב,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק לכבוד המעמד, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך איז פארגעקומען די כתיבת האותיות, מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו חידושי תורה מהר"א ט"ב פאר אלע נדבנים,
מען האט געענדיגט ארום 8:50.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים בנציון וויינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' משה פישער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.
א גוטע נאכט.
~🌴~