דאנערשטאג ואתחנן - תשעה באב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ואתחנן - תשעה באב=
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:45.
בעל תפילה: הרה"ח ר' משולם זושא לעווי הי"ו - וומ"ס.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה: ר' הערשל גאנץ הי"ו - ק"י.
כהן: הרב יצחק אייזיק כהנא שליט"א.
לוי: ר' משה ארי' פריעדמאן הי"ו - ק"י.
דער רבי האט עולה געווען מפטיר.
הגבה: ר' יודא ברי"מ לאנדא הי"ו - ק"י.
גלילה: הב' משה ב"ר ישעי' שבתי בראך הי"ו - ק"י.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די ברכות ההפטורה, און דאן פארגעזאגט די הפטרה בבכיות עצומות.
נאכן ליינען האט דער רבי געזאגט די קינות ליום תשעה באב.
די קינות האט פארגעזאגט הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
נאך די קינות האט דער רבי געזאגט אשרי - ובא לציון, און עלינו.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 7:05.
דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד.
דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור בהר"ר חיים יושע לעווי שליט"א - ק"י.
דער רבי האט געזאגט די ד' פרשיות, און משלים געווען דעם שיר של יום, און קוה.
דערנאך האט דער רבי געדאוונט מנחה.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו - ק"י.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה: הרה"ח ר' דוד פארקאש הי"ו - ק"י.
כהן: הב' ארי' ב"ר חיים שאול קאהן הי"ו - ק"י.
לוי: הב' הבר מצוה ני"ו.
דער רבי האט עולה געווען מפטיר.
עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אליעזר הערש ניימאן הי"ו - ק"י, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
הגבה: הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו - ק"י.
גלילה: הרה"ח ר' אליעזר הערש ניימאן הי"ו.
דערנאך האט דער רבי אנגעטון תפילין דר"ת, און געזאגט די טעגליכע פינף קאפיטלעך תהילים.
מען האט געענדיגט ארום 8:10.
אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון תשעה באב, צווישן אנדערע איבער'ן גיין אין מקוה מוצאי תשעה באב.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מעריב ביים זמן ר"ת אום 9:30.
בעל תפילה: הבה"ח משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו - לאנדאן.
ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.
~🌴~