מיטוואך ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ואתחנן=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל ברי"מ געלב הי"ו - מאנסי.
בעל תפילה: ר' יואל ברי"מ געלב הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור,
עס האט זיך פארמירט א שמועס ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט די ציפת לישועה און געזאגט אז 'עוד היום גדול מען קען נאך זוכה זיין צו די גאולה און תשעה באב וועט נאך זיין א יו"ט'.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 7:10.
בעל תפילה: ר' הערש לייב פויגעל הי"ו - ק"י.
נאך מנחה האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש.
~ליל תשעה באב~
דער רבי איז אריין געקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב ארום 9:45.
בעל תפילה: הרה"ח ר' בצלאל בנימין פרידריך הי"ו - ק"י.
דערנאך האט דער רבי געזאגט מגילת איכה, וקינות לליל תשעה באב בבכי ומספד.
איכה און די קינות האט פארגעזאגט משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 10:50.
~🌴~