מאנטאג ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ואתחנן=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו - ק"י.
פתיחה: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו - וומ"ס.
עליות:
כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו - ק"י.
לוי: הרה"ח ר' יוסף לעווי הי"ו - וומ"ס.
שלישי: רבינו שליט"א, די עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' יוסף לעווי הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
הגבה: הרה"ח ר' משה קריימאן הי"ו - ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' משולם זושא לעווי הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און הבה"ח עמרם יואל ב"ר יצחק יודא שאלאמאן הי"ו - ב"פ, האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:35.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע טעלער הי"ו - ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~