זונטאג ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ואתחנן=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
בעל תפילה: הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער זיך געזעגענען, און הבה"ח יצחק ב"ר יוסף מיטטעלמאן הי"ו - וומ"ס, און הבה"ח מאיר ב"ר יודא הערש בערגער הי"ו - ק"י, האבן איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה,
אויך האבן די עסקנים הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו און ר' מענדל ברצ"א עקשטיין הי"ו איבערגעגעבן פארן רבי'ן די ליסטעס מיט קרוב צו זעקס הונדערט אנשי שלומינו וועלכע האבן זיך איינגעשריבן פאר די ביליגע דירות פראיעקט וואס וועט געבויעט ווערן אין די קומענדיגע יארן אויפן איניציאטיוו פון רבינו שליט"א,
דער רבי האט איבערגעקוקט די ליסטעס און אויסגעפרעגט פארשידענע פרטים און ווארעם אנגעוואונטשן הצלחה פאר די עסקנים.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן אריה"ק,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און פארציילט סיפורים און ענינים פונעם אריה"ק.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע דירות פראיעקטן וואס ווערט געבויעט אין קרית יואל.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:55.
בעל תפילה: הבה"ח משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו - לאנדאן.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:35.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו - ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~